בעיזשינג – צענדליגער טויזנטער האבן זיך נעכטן פארזאמלט אין די גאסן פון האנג קאנג אפצוצייכענען דעם 28'סטן יארטאג פון ווען ס'האבן אויסגעבראכן די אנטי-רעגירונג פראטעסטן אינעם טינענמען סקווער אין בעיזשינג, כינע, וואס די קאמוניסטישע רעגירונג האט דאן גאר שארף און ברוטאל אונטערדרוקט, מיט הונדערטער, צי טויזנטער, פאטאליטעטן (מ'ווייסט נאך ביז היינט נישט די גענויע ציפערן, ווייל די כינעזער רעגירונג האלט דאס פאר א סוד, היות די טינענמען סקווער פראטעסטן אונטערדרוקונג איז פאר זיי א גרויסע שאנדע). די כינעזער רעגירונג לאזט נישט אפהאלטן קיין שום עפנטליכע אפצייכענונגען פון די טינענמען סקווער פראטעסטן, אבער אין האנג קאנג – וועלכע איז האלבוועגס זעלבסטשטענדיג פון כינע – זענען די אנטי-כינע סענטימענטן גאר שטארק, מ'איגנארירט דעם פארבאט און מ'צייכנט יא אפ דעם יארטאג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל