דמשק – אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן אין סיריע האבן נעכטן געמאלדן, אז ס'איז זיי געלונגען צו פארכאפן קאנטראל פון א קריטיש-וויכטיגער וואסער דאמבע אויף דער יופערעיטיס טייך (נהר פּרת), וואס איז ביז יעצט געווען אונטער די הענט פון אייסיס טעראריסטן. עס איז געווען אן ערנסטער זארג אז די "באאט וואסער דאמבע", וועלכע ליגט ארום פופצן מייל ווייט פון ראקא, די הויפטשטאט פון אייסיס אין סיריע, וועט גענוצט ווערן דורך אייסיס אלס א סטראשע פאר טאטאלן כאאס אין סיריע, וואס אויב רייסן זיי ווען אויף די דאמבע, וואלטן הונדערטער טויזנטער אומגעקומען פון שווערע פארפלייצונגען. נאורי מאכמוד, א ווארטזאגער פון די רעבעלן, האט דערקלערט אז די דאמבע איז אצינד אונטער זייער פולקאמען קאנטראל און אייסיס האט געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארטן. די רעבעלן האבן סימבאליש געטוישט דעם נאמען פון דער דאמבע, און זיי רופן עס יעצט "די פרייהייט דאמבע".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל