לאנדאן – די אייסיס טעראר גרופע האט נעכטן אין א סטעיטמענט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די טאפלטע טעראר אטאקעס וואס האבן פאסירט מוצאי שבת אין לאנדאן, ביי דער לאנדאנער בריק און ביים בארא מארקעט, זאגנדיג אז א גרופע פון אירע "זעלנער" זענען געשטאנען אונטער דער אטאקע. די דעקלעראציע, אז זיי שטייען אונטער דער אטאקע, קומט אין דער זעלבער צייט וואס פאליציי האבן געשטורעמט עטליכע הייזער אין בארקינג געגנט אין איסט לאנדאן און האבן ארעסטירט צוועלעף פארשוינען אין פארבינדונג מיט די טעראר אטאקעס, אבער דערווייל האלט די פאליציי יעדעס ביסל אינפארמאציע אונטער שלאס און ריגל.

מען האט נעכטן אויך געהערט אז דער ציפער אומגעקומענע פון די אטאקעס איז געשטיגן צו 7, אריינגערעכנט א פראנצויזישער בירגער און א קאנאדישער בירגער, און דערווייל זענען נאך פארהאן ארום דרייסיג פארוואונדעטע אין די שפיטעלער לענגאויס לאנדאן, פילע פון זיי אין א קריטישן צושטאנד. באזונדער זאגן די פאליציי באאמטע, איז צווישן די פארוואונדעטע א יונגער נייער פאליציי אפיציר וועלכער האט בלויז געהאט מיט זיך א שטעקן און פרובירט דערמיט אומשעדליך צו מאכן איינעם פון די טעראריסטן מיט מעסערס אויף דער לאנדאנער בריק, און איז דאן פארוואונדעט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל