לעצטענס איז דער אידישער וועלט איינגעהילט אין א טעמע וואס גייט נישט אראפ פון טיש. דהיינו, די קריג פון די חרדים ווערסוס די פרייע.

אלס א דרויסענדער אמעריקאנער, פרוביר איך צו פארשטיין "וואס גייט דא פאר?" פון איין זייט זעהט מען ווידיאס ווי די ירושלימ'ער פאליציי געבט מכות רצח פאר חרדים, אבער אויך פארקערט זעהט מען ווידיאס ווי פרומע אידן באווארפן און שלאגן די פאליציי. איז ווער איז גערעכט דא אינעם געפעכט?

איבערן ווינטער איז מיר אויסגעקומען צו פארוויילן בארץ הקודש, און אזוי ווי יעדער טוריסט, בין איך אנגעקומען צום מאה שערים/גאולה געגנט. אזוי שפאצירנדיג אויף גאולה, בין איך פארביי ככר השבת, און א דריטער וועלט לאנד האט זיך אנטפלעקט פאר מיר. יעדער זאך וואס קען ברענען האט געפלאקערט, זקינים ונערים לויפן ארום צעווילדעוועט, ווארפנדיג אביעקטן אויף די באהערדע, פאליציאנטן אויפגעריסטעט ביזן ציין ווי כאילו עס האנדלט זיך ווי א טעראר אטאקע, ווילדע לאזונגען זענען געשריגן געווארן אויף די פאליציאנטן, ווילדע פערד קאפּענען די פארזאמעלטע, און אומשולדיגע פארבייגייער ווערן אויסגעשטעלט צו באקומען פייערדיגע שמיץ פון ביידע זייטן.

עס האט אויסגעקוקט ווי די באקאנטע בילדער פונעם אראבישן פרילינג עטליכע יאר צוריק; א שלאכט זאנע איז אן "אנדערסטעיטמענט"!

איך האב מיך אינטערסירט וואס די מהפכה איז יעצט, און מען האט מיר אנגעקוקט ווי פונעם לבנה... איר זענט אפשר צום ערשטן מאל דא? ווען מיין ענטפער איז געווען א יא, האט מיר א זייטיגער געגעבן צו פארשטיין אז דאס שפילט זיך אפ כמעט יעדן טאג און איבערהויפט ביינאכט. די ציל פונעם הפגנה איז יעדן טאג עפעס אנדערש. היינט - זאגט ער מיר - איז עס צוליב געוויסע עלעמענטן וואס זענען נישט געגאנגען נעמען א פטור פון גיין אין מיליטער אין מען האט זיי איינגעזעצט אלס דעזערטירער. אלזא, די דאזיגע אידן פראטעסטירן דערויף.

איך האב שוין לאנג געהערט אז געוויסע פראקציעס פון די פרומע האלטן נישט ביים גיין זיך ארויסדרייען פונעם מיליטער אויפן לעגאלן אופן, און דאס איז צוליב וואס זיי אנערקענען נישט אינעם מדינה וואס היט זיי. אבער דאס, האב איך באשלאסן, איז א קאנטערווערסיאלע ענין וואס אסאך אידן זענען זיך סותר דערין, איז ווער בין איך זיך אריינצימישן דארט.

בין איך צוגעגאנגען צו איינער פון די מוחים איינגעהילט אין זעק, שרייענדיג מיט באנומענע קולות נאאאצצצי! איך האב אים גערופן אין א זייט, פרעגענדיג אים אויף אן איידעלן פארנעם, "רבי, איך פארשטיי אז איר זענט אנטקעגן די באהערדע אויף א געוויסע נושא, און איר האט דער פולסטער דעמאקראטישער רעכט צו פראטעסטירן, אלזא פארוואס פראטעסטירט איר דאהי? פארוואס מאכט איר כאדאראם אין די אייגענע געסער? פארוואס שטעלט איר אפ די באסעס ווי אייער פאמיליע און פריינט פארן? פארוואס פארברענט איר אייער אייגענע גארבעדזש קענס? און - איבערהויפט - פארוואס ביינאכט ווען 'אייער' קליינע קינדער שלאפן? גייטס צו די כנסת, אדער צו די הייזער ווי די מענטשן וואס קענען עפעס העלפן דערין, אדער יעדער אנדערער סטראטעגישן פלאץ וואס וועט עפעס אויפטון!"

דער ירושלימער שרייער קוקט מיר אן און זאגט מיר "דו ווילסט איך זאל מיך אויפהייבן ביז דארט?, דא קען איך די זעלבע פראטעסטירן!"

עס האט מיר אויסגעקוקט ווי דער פארשוין נישט האבענדיג קיין ענטפער פראבירט וויצלען מיט מיר, אבער אריינטראכטענדיג דערין האב איך פארשטאנען אז דאס איז די מענטאליטעט פון די מענטשן. זיי זענען נישט ווי א געהעריגע יוניאן וואס האט באשלאסן צו פראטעסטירן אויף א געוויסע זאך, און זיי האלטן אויף א באצאלטע סטעף וואס וועט ארבעטען אויף די מערסטע סטראטעגישער אפקלאנג וואס זייערע 'לעגאלע' פראטעסטן וועלן האבן, אויף די אנדערע פראנט וועלן זיי קלאפן אויף די טויערן פון די העכערע באאמטע וואס קענען העלפן, און אזוי ווייטער.

די ירושלימער אבער, האלטן נישט ביים גארנישט טון וואס וועט זיי ארויסנעמען פון זייער "קאמפערט זאנע", ווי לאנג זיי קענען יעדן טאג נאך מנחה/מעריב האבן פאן און מאכן א געטומל אויף זייערע גאסן איז פונקט גענוג פאר זיי.

יעצט וויל איך בארירן אן אנדערע נושא וואס באדערט מיר.

א גרויס טייל פון די פראטעסטן ווערן געטוהן דורך קליינע קינדער און אינגע בחורים, וואס דאס אליין איז א גרויסע פראבלעם. שטעלט אייך פאר איך שיק מיין 9 יעריגס צו א בלעק-לייווס-מעטער פראטעסט... איך וואלט געווען דער משוגענער פון שטאט, און ווער ווייסט אויב די רעגירונג וואלט מיר געלאזט האלטן מיינע קינדער.

לענינינו, די פיצלעך פראטעסטירן נישט, נאר זיי ראיאטירן. שעדליכע אביעקטן ווערן געווארפן פון אלע זייטן, אריינרעכענענדיג שטיינער פון אלע מאסן, גלאזענע באטלעך, און וואס קומט נאר אונטער די האנט. די לויזינגען וואס זיי שרייען איז ממש פחדימ'דיג!

פארוואס ווערט א פאליציאנט וואס איז דא צו האלטן ארדענונג באטיטלט נאצי?! צו ווייסן זיי אפילו דער באדייט פון דעם ווארט? איך האב געקענט אידן וואס ווען זיי הערן ווי איינער רופט א צווייטן יוד נאצי וואלטן זיי יענעם אויסגעהאקט די ציין!

איך האב באמערקט ווי עס איז א גאנצער ספארט ווען די פאליציי קומט אן. די קליינע צוציקעס וואס באלאנגען שוין אין בעט פאר עטליכע שעות ווערן אינגאנצן איבערגענומען, שרייענדיג צו זייערע חברים אויף די פארקערטע זייט ווען צו שיסן שטיינדעלעך. און ווען די פאליציי פאנגט אן צו מאכן ארדענונג, געבן זיי מכות!  יעצט - פאר איך פיר אויס - לייגט אייך אריין אין קאפ ווי כאילו דאס האט פאסירט ביי אונז אין אמעריקא, און פרובירט זיך צו פארשטעלן וויאזוי די פאליציי וואלט געהאנדעלט...

זייער ווייניג ירושלימער האבן שוין פארזוכט דער טעם פון טרערן גאז וואס די אמעריקאנער ראיאטן פאליציי פירט זיך צו געבן די סאקונדע זיי קומען אן צו א סצענע!

נאך איין קליינער פונקט.

עס איז ארומגעפארן א ווידיא א שטיק צייט צוריק ווי די פרומע האבן זייער נישט גוט אויסגענומען דארט. מען האט ממש געזעהן זייער ריכטיגער פנים. אבער ליינענדיג איינער פון די היימישע אויסגאבעס איז מיר ממש די בלוט ארויפגעקומען.. זיי האבן אן קיין בושות פארדרייט די מעשה לאורכה ולרחבה! און די גרעסטע וויץ איז אז זיי האבן ציגעשטעלט 'סקרינשאטס' פון די ארגינעלע ווידיא.

עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל ווי זיי האלטן. אונזער פארדרייטער פרעזידענט וואלט זיי מיט רעכט געקענט קאטאריזירן אינעם "פעיק נויז" קאטאגאריע.

אלזא ווען זיי שרייבן אין די זעלבע צייטונגען אז זיי ברויכן געלט פאר די "דערהויבענע" הייליגע מלחמה אנטקעגן די "רשעים", זאלט איר וויסן מיט וועמען מען האנדעלט.

צום שלוס.

איך שרייב נישט אז די פרייע זענען גערעכט, אדער אז די פרומע זענען אומגערעכט, אבער די מהלך וואס די פרומע נעמען איז לפי עניוות דעתי זייער אומגערעכט! הגם, די "פרומע" און די "פרייע" זענען צוויי וועלטן פאר זיך, און נישט יעדער האלט ווי די צווייטער, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.



"אידישע נייעס" נעמט נישט קיין פאַראַנטוואָרטלעכקייט פאר די פאקטן און מיינונג אין די לייט ארטיקל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל