סטודענטן פירן דורך ראיאטן אין די עווערגרין סטעיט קאלידזש אין וואשינגטאן, נאכדעם וואס א לינקע פרא-פראגרעסיוו פראפעסאר וואס שטיצט בערני סענדערס האט זיך געלאזט הערן זיין מיינונג, און די סטודענטן טענה'ן אז ער איז א ראסיסט. זיי טענה'ן הפנים אז ער איז נישט גענוג לינקס.

די קאלידזש האט א מנהג אז איין טאג א יאר גייען אלע סטודענטן און סטעף מיטגלידער פון קאליר (ס'טייטש נישט ווייסע) אוועק פון די קעמפוס און זיי קומען זיך צוזאם אויף א מיטינג וויאזוי צו פארבעסערן די קאלידזש. ס'שטאמט פון א מאווי פון די 1970 צו ווייזן אז זיי זענען וויכטיג פאר די סוסייעטי.

דאס יאר האבן די סטודענטן באשלאסן אז מ'גייט פארשיקן אלע ווייסע סטודענטן און סטעף פאר איין טאג.

די פראפעסאר מר. וויינשטיין האט זיך אקעגן געשטעלט טענה'נדיג אז ס'איז אנדערש ווען די געוויסע ראסע גייט פון די אייגענע ווילן צו ווייזן זייער וויכטיגקייט, ווי ווען מ'פארשיקט א געוויסע ראסע צו ווייזן בעלות.

מר. וויינשטיין האט געשריבן אז ער שטעלט זיך אקעגן און ער גייט נישט אוועקגיין פון די קעמפוס יענע טאג.

די סטודענטן האלטן אז ער איז א ראסיסט, זיי האבן אים באפאלן, און באשריגן. זיי האבן נישט צוגעלאזט אז ער זאל קענען גיבן זיינע שיעורים, און ער האט עס געמוזט געבן אין א שטאטישע פארק.

דערנאך זענען די סטודענטן געגאנגען צו זיין מנהל און פארלאנגט אז מ'זאל ארויסווארפן אלע ראסיסטישע טיטשערס, און נאך אסאך פארלאנגען, אינקלאדינג אז פאבליק מיטינג מיט זיי.

ביי די מיטינג האבן זיי פארפירט און געמאכט קולות אויף אים, בא'שגץ'ט און נישט געלאזט קומען צום ווארט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל