מאנהעטן – אין דער צייט וואס איבער דער וועלט פלאגט מען זיך מיטן פראבלעם פון איסלאמישע טעראריסטן, האט מען אין מאנהעטן פרייטאג געהאט אן אינצידענט פון אן אנדערן סארט, ווען א שווארמע פון צוויי טויזנט בינען זענען פלוצלינג אנגעקומען אויף דער איסט 47׳סטע גאס צווישן מעדיסאן און די פינפטע עוועניו, און האבן זיך אנגעלייגט אויף א געלן טרעקל, וועלכע איז געשטאנען אומשולדיג פארקירט. דערשראקענע פיסגייער האבן אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן באלד אפגעשפארט די גאס, און האבן אראפגעברענגט א ספעציעלן פארגעשריטענעם וואקיום מאשין, וועלכע האט אריינגעכאפט די אלע בינען און זיי אוועקגעפירט לעבעדיגערהייט. עס איז געווען א זעלטענע זאך אז א גאס אין די פארנומענע מאנהעטן זאל ווערן אפגעשפארט צוליב בינען, און נאכמער זעלטן איז געווען אז די אפשפארונג האט אנגעהאלטן פון 11 אינדערפרי ביז 4 נאכמיטאג!



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל