יאפאן - די יאפאנעזער אויטא פירמע טאיאטע האט געזאגט אז זי האפט אז אויף יאר 020׳ וועט זי שוין האבן אנטוויקלט א פולקאמע פליענדיגע אויטא. אין יאר 14׳ האט טאיאטע געגרינדעט א באזונדערע קליינע פירמע, באקאנט אלס ״קארטיוועיטאר״, מיט'ן ציל צו אנטוויקלען א פליענדיגע אויטא, וואס טאיאטע האט דאן געזאגט אז זיי גלייבן אז דאס וועט זיין די קומענדיגע רעוואלוציע, נאך דער אנטוויקלונג פון עלעקטראנישע און דרייווערלאזע אויטאס. יעצט האפט טאיאטע אז אויף יאר 020׳ וועט זי שוין האבן כאטש איין מאדעל פליענדיגע אויטא פארטיג און גרייט צום באנוץ, וואס אויב יא, וועט דאס ספעציעל ווערן געשטעלט אויף אויסלייג ביי די טאקיא אלימפּיק שפילן וואס וועלן דאן פארקומען, און די יאפאנעזער רעגירונג וועט זיך גרויסן דערמיט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל