מאנהעטן - ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט דערגרייכט אן אפמאך מיט׳ן ניו יארק סיטי קאונסיל, אויף א בודזשעט פאר יאר 18׳. דער בודזשעט באשטייט פון 85.2 ביליאן דאלער, א 3.7 פראצענט העכערונג פון א יאר בעפאר, און סיטי באאמטע גרויסן זיך אז ס'איז די פריעסטע וואס דער מעיאר און סיטי קאונסיל גרייכן א פארשטענדעניש איבער א בודזשעט, זינט 992׳. עס אנטהאלט, צווישן אנדערן, 30 מיליאן דאלער צו שטיצן וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וועלכע שטעלן צו פובליק סערוויסעס, 10.4 מיליאן דאלער אויסצוברייטערן די ״אומזיסטע לאנטשעס״ פראגראם אין שולעס, און באזונדער 6 מיליאן דאלער אויסצוברייטערן די ״פליי קארס״ - א פראיעקט וואס די שטאטישע פאליציי און פייער באאמטע פרובירן יעצט אויס אין דער בראנקס, דורכ'ן אראפשטעלן עמורדזשענסי אויטאס אין געגנטער וואו ס'זענען דא אסאך עמורדזשענסיס, צו פארקורצערן די רעאקציע-צייט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל