וואשינגטאן - די עף-בי-איי האט געלאזט אין גאנג א מאסיווע זוך אקציע נאך א קענטאקי לאיער וועלכער איז פארשוואונדן געווארן, געציילטע טעג איידער ער איז געווען געסקעדזשועלט צו ווערן פאראורטיילט פאר ערנסטע קרימינאליטעטן. דער פארשוין עריק קאנן (Eric C. Conn) האט לאנגע יארן אנגעפירט א סוקסעספולן לאיער אפיס, זייענדיג פון די מערסט-באקאנטע אדוואקאטן ווען מ'האט געוואלט באקומען ״דיסעביליטי״ בענעפיטן פון דער פעדעראלער רעגירונג. פעדעראלע אויספארשער האבן אבער פאראיאר אויפגעדעקט אז קאנן האט שטילערהייט געצאלט פאר א ריכטער און א דאקטער, זיי זאלן אינאיינעם באשטעטיגן דיסעביליטי אפליקאציעס, באזירט אויף פאלשע מעדיצינישע רעקארדס, און אלעס אינאיינעם האט קאנן ארויסגעשווינדלט פון דער פעדעראלער רעגירונג ארום 600 מיליאן דאלער פון יאר 993׳ ביז יעצט. קאנן איז אין מערץ שוין איינגעגאנגען אויף אן אפמאך און מסכים געווען צו באצאלן מיליאנען דאלארן שטראף געלט, און אצינד האט ער געדארפט ווערן פאראורטיילט צו טורמע, אבער ער האט אויסגעטאן די ״טרעקינג״ מאשינקע און אנטרינען געווארן, ברענגענדיג אן ערנסטע פעדעראלע זוך אקציע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל