וואשינגטאן - דאס ווייסע הויז זאגט אז פרעזידענט טראמפ וועט אין די קומענדיגע טעג לאזן אין גאנג א נייעם קאמפיין, אויפצוטרייבן שטיצע פאר א טריליאן דאלערדיגן פלאן איבערצומאכן אמעריקע׳ס אינפראסטרוקטור, אנגעהויבן ביי שאסייען, בריקן און טונעלן, און געענדיגט ביי וואסער רערן, אפלויף סיסטעמען און עלעקטערישע דראטן. דער קאמפיין וועט זוכן צו פארפולן א פארשפרעכונג וואס טראמפ האט געמאכט בשעת ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, זאגנדיג אז ער וועט אויסגעבן א טריליאן דאלער, וואס וועט ברענגען א כוואליע פון דזשאבס און וועט העלפן פאראויסרוקן אמעריקע׳ס אינפראסטרוקטור מיט נייערע טעכנאלאגיע און מער פארגעשריטנקייט. אלס טייל פונעם קאמפיין, וועט טראמפ ארומפארן איבער׳ן לאנד צו געבן רעדעס, און וועט באזונדער באזוכן אזעלכע סטעיטס ווי אהייא און וויסקאנסין, וואו אן אינפראסטרוקטור ביל וועט צוברענגען די מערסטע דזשאבס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל