וואשינגטאן - אן ערנסטע שרעק איז אנטשטאנען אינעם ״טראמפ האטעל״ אין וואשינגטאן די-סי, נישט ווייט פון ווייסן הויז, נאכדעם וואס די סיקרעט סערוויס האט באקומען אינפארמאציע אז דארט געפינט זיך א באוואפנטער פארשוין וועלכער איז געקומען קיין וואשינגטאן מיט'ן ציל זיך צו ״טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ״. דער פארשוין, ברייען מאולס, איז געקומען פון פענסילוועניע, און די ארטיגע פאליציי האבן אלארמירט די סיקרעט סערוויס, אז מאולס האט מיט זיך עטליכע וואפנס, און ער צילט צו גיין צום ווייסן הויז צו קריגן אן אוידיענץ ביים פרעזידענט, כדי צו רעדן איבער אונטערברענגען די גרויסע פארמאסוטיקל פירמעס. מאולס איז ארעסטירט געווארן דורך די סיקרעט סערוויס אינעם טראמפ האטעל אן קיין שום אינצידענט, און א ריכטער האט אים פרייטאג פרייגעלאזט ביז זיין פראצעס, אבער האט פארארדענט אז מאולס מוז אוועקשטיין פון ווייסן הויז, פונעם טראמפ האטעל און בכלל פון וואשינגטאן די-סי, אויסער אויב ס׳איז עפעס פארבינדן מיט זיין פראצעס.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל