וואשינגטאן - ליבעראלע גרופעס איבערן לאנד האבן זיך אנגעהויבן ארגאניזירן איבער דער אישו פון ״גלאבאלער אנווארעמונג״, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעצויגן אמעריקע פונעם פאריז ״קלימאט טויש״ אפמאך. דער געוועזענער ניו יארק סיטי מייקל בלומבערג האט זיך ארויסגעשטעלט אלס הויפט פיגור פון דער פרישער ליבעראלער ארגאניזירונג, און ער האט אנגעהויבן פירן א קאמפיין צווישן אמעריקאנער שטעט אז זיי זאלן פארבלייבן געבונדן צו די פאריז גלאבאל ווארעמונג אפמאך, טראץ וואס טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע דערפון. בלומבערג זאגט אז ער וועט קאמפיינען ביי מעיארס, גאווערנארס, אוניווערסיטעטן און גרויסע ביזנעסער, זיי זאלן זיך האלטן צו די רעגולאציעס וואס דער פאריז אפמאך האט אוועקגעשטעלט, און אויך וועט ער אליין ביישטייערן פופצן מיליאן דאלער פאר דעם קאמפיין. עטליכע סיטיס האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן פארבלייבן געבונדן צום פאריז אפמאך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל