וואשינגטאן - ראד ראזענשטיין, דער דעפיוטי אטוירני דזשענעראל, גייט אויפטרעטן פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער דער רוסלאנד אויספארשונג און דזשעימס קאומי. ראזענשטיין איז דער וואס האט געשריבן דעם בריוו פאר פרעזידענט טראמפ און רעקאמענדירט ער זאל ארויסווארפן דזשעימס קאומי, און ראזענשטיין׳ס אויפטריט אין קאנגרעס וועט פארקומען מיטוואך, איין טאג בעפאר קאומי וועט אויפטרעטן ביי דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע פאר א פארהער. מען האט טאקע נעכטן געהערט אז קאומי׳ס אויפטריט וועט זיין פולקאם אפן פאר׳ן פובליק און ער וועט יא דיסקוסירן זיינע פריוואטע געשפרעכן וואס ער האט געהאט מיט פרעזידענט טראמפ איבער טראמפ׳ס ביטעס אפצושטעלן די רוסלאנד אויספארשונגען – הגם טראמפ וואלט געקענט לעגאל בלאקירן קאומי פון דיסקוסירן די געשפרעכן אין פובליק, האט ער עס למעשה נישט בלאקירט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל