קאטאר - די על דזשאזירא נייעס סטאנציע איז שארף פארדאמט געווארן נאכ'ן זיך באנוצן מיט די היסטארישע און טרויעריג בארימטע קאנספיראציע פון די "זקני ציון פראטאקאלן" צו אטאקירן פרעזידענט טראמפ. על דזשאזירא האט געוואלט ארויסברענגען זייער אויפברויז איבער דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעצויגן אמעריקע פונעם אינטערנאציאנאלן גלאבאלע-אנווארעמונג אפמאך, און זיי האבן דעריבער ארויסגעשיקט א מעסעדזש מיט א בילד פון א איד אויף א נאצי סארט קאריקאטור (מיט דער טרויעריג-בארימטער ״לאנגע נאז״ א.ד.ג.), און דערנעבן איז געשטאנען ווי גלייך דער איד פריידט זיך אז גלאבאלע ווארעמונג וועט ערגער ווערן, לויט'ן פלאן פון די פאלשע זקני ציון פראטאקאלן אז אידן דארפן קאנטראלירן די וועלט. נאכ'ן זען דעם שטורעם וואס דער מעסעדזש און בילד האבן אנגעמאכט, האט על דזשאזירא עס פארמעקט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל