קאסאבלאנקא - א געריכט אין מאראקא האט פאראורטיילט צום טויט א פארשוין וועלכער האט פאראיאר דערמארדעט א אידישע פארפאלק. דער פארשוין מוסטאפא רערהעי (Mustapha Rerhay) האט אומגעברענגט שמואל טאלעדאנא (Sam Tolédano) און זיין פרוי וויקי טשעטריט (Vicky Chetrit), וועלכע זענען געווען אן איינפלוסרייכע פארפאלק אין דער אידישער געמיינדע אין קאסאבלאנקא, מאראקא. דער מארד פון דעם טאלעדאנא פארפאלק האט שטארק אויפגעטרייסלט די וואקסנדע אידישע געמיינדע אין קאסאבלאנקא, אויס מורא אז דאס איז א צייכן פון באהאלטענעם אנטיסעמיטיזם, און די לאקאלע אויטאריטעטן האבן דאן פארשפראכן פארשטערקערטע שוץ אין די אידישע געגנטער. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פארשוין רערהעי האט געארבעט אלס געהילף אינעם היים פון דער אידישער פאמיליע, און האט געוואלט בארויבן די פאמיליע נאכ'ן זיי דערמארדן, נישט האבנדיג דערביי קיין שום אנטיסעמיטישע מאטיוון, נאר ביליגע רציחה און גניבה.

בילד: מוסטאפא רערהעי

בילד: שמואל טאלעדאנא און זיין פרוי וויקי טשעטריט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל