קאראקאס - די אמעריקאנער ״יונייטעד״ לופטליניע האט געמאלדן אז זי וועט מער נישט דורכפירן קיין שום רייזעס צווישן אמעריקע און ווענעזועלע, וואס קומט נאכדעם וואס פילע אנדערע גרויסע אמעריקאנער און אינטערנאציאנאלע לופטליניעס האבן געמאכט ענליכע באשלוסן אין די לעצטע מאנאטן. דער שריט פון יונייטעד וועט נאכמער איזאלירן די סאציאליסטישע ווענעזועלע, וועלכע גייט יעצט אריבער אן ערנסטע קריזיס און פאטענציעלע פולקאמע רעוואלוציע, צוליב ערנסטע הונגער און אונטערדרוקונג דורך דעם רעזשים פון פירער ניקאלעס מאדורע. אוויאציע עקספערטן האבן געזאגט אז די סיבה פארוואס די גרויסע לופטליניעס ציען זיך ארויס פון ווענעזועלע, איז וויבאלד די ארטיגע רעגירונג האט אפגעשטעלט די ספעציעלע צאלונגען וואס זי פלעגט ביז יעצט געבן פאר די לופטליניעס, צו דעקן דעם דיפערענץ פון אמעריקאנער וואלוטע און ווענעזועלער וואלוטע, ווייל די ארטיגע רעגירונג קאנטראלירט זייער שטייף דאס נוצן אויסלענדישע וואלוטע, און וועגן דעם זענען ארטיגע בירגער געצווינגען צו קויפן רייזע בילעטן מיט ארטיגע וואלוטע, וואס קען אויסקומען פארלוסטן פאר די לופטליניעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל