טאקיא - דער יאפאנעזער פירער, שינזא אבעי, האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג דורכצופירן א היסטארישן טויש אויף דער יאפאנעזער קאנסטיטוציע, צו לעגאליזירן דאס עקזיסטענץ פון איר מיליטער און יאפאן׳ס רעכט צו נוצן מיליטערישע מאכט זיך צו פארטיידיגן. די רעדע איז פון ״ארטיקל 9״ פון דער יאפאנעזער קאנסטיטוציע, וועלכע אמעריקע האט געצוואונגען יאפאן צו באשטעטיגן אין יאר 947׳. מ'האט דאן געהאלטן נאכ׳ן צווייטן וועלט קריג און יאפאן איז געווען נידערגעשלאגן, נאכ׳ן קעמפן אויף דער זייט פון דייטשלאנד און ווערן באטראפן פון 2 אמעריקאנער אטאם באמבעס, און ״ארטיקל 9״ איז געווען א דעקלעראציע אז יאפאן׳ס מיליטער איז נישט לעגאל ערלויבט גענוצט צו ווערן אין מלחמות. דאס קוועטשט שוין די יאפאנעזער קאנסערוואטיווע באוועגונג לאנגע יארן, און פרעמיער מיניסטער אבעי וויל דורכפירן א נאציאנאלן רעפערענדום, צו טוישן ארטיקל 9 און דערקלערן דאס מיליטער פולקאם לעגאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל