ענגלאנד – אן איינוואוינער אין בריסטאל, ענגלאנד איז אויפגענומען מיט א געניאלן וועג וויאזוי צוריקצובאקומען א גניבה. דער פערזאן איז געווען דער קרבן פון א גניבה ווען אן אומאידענטיפיצירטער גנב האט גערויבט זיין ביציקל, און אין א סיטואציע וואו רוב מענטשן געבן אויף ווען אזא סארט זאך ווערט פון זיי גע'גנב'עט, האט דער פערשוין באשלאסן נישט אויפצוגעבן, נאר האט שנעל אנגעהויבן נאכפאלגן דורכ'ן אינטערנעט צי עמיצער אינעם גאנצן ראיאן פארקויפט א ביציקל. עס האט נישט געדויערט מער ווי איבערנאכט, ווען ער האט באמערקט ווי עמיצער אין בריסטאל האט ארויסגעשטעלט א ביציקל צו פארקויפן, און דאס בילד וואס יענער האט בייגעלייגט, איז געווען טאקע אקוראט א בילד פון זיין בארויבטן ביציקל. האט ער געשיקט א מעסעדזש צום גנב, וועלכער האט בכלל נישט געוואוסט אז ער שפאצירט אריין אין א נעץ, אז ער וויל עס אפקויפן, און די צוויי האבן זיך געטראפן. דער פערשוין האט זיך געמאכט ווי ער פרעגט קלאץ קשיות איבער'ן ביציקל, און ווען דער גנב איז געווארן לאנגווייליג און אנגעהויבן זיך שפילן מיט זיין סעלפאון, האט דער פערשוין זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן ביציקל און אפגעטראגן. שפעטער האט ער באמערקט אז ער האט גאר צוריקבאקומען זיין ביציקל בעסער ווי פריער, וויבאלד דער גנב האט ארויפגעשטעלט נייע עלעקטערלעך און אנדערע פיטשעווקעס...

בילד: גנב שטעלט ארויס בייק צו פארקויפן אויפן אינטערנעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל