ניו יארק – א שטודיע וועלכע איז פובליצירט געווארן אינעם "אינדזשורי עפידעמיאלאדזשי" געזונטהייט זשורנאל, צייגט פרישע אינטערעסאנטע פאקטן איבער מענטשן וועלכע זענען אפעקטירט געווארן לאנג-טערמיניג צוליב וואס זיי האבן זיך געפונען ביי דער סצענע פון "גראונד זערא" אינעם טאג פון די טעראר אטאקעס אין סעפטעמבער 11 יאר 01'. די פרישע שטודיע איז אנדערש ווי אלע ביז יעצטיגע, ווייל עס באציט זיך נישט אויף די וועלכע האבן זיך געפונען דארטן אין די טעג, וואכן און מאנאטן נאך דער אטאקע, נאר דירעקט און ספעציפיש אויף די וועלכע זענען געווען דארטן ממש בלויז אינעם טאג פון דער אטאקע, און עס צייגט אז די וואס זענען דארטן געווען אין יענע שרעקעדיגע טראומאטישע שטונדן, האבן א העכערע ריזיקע פון ליידן פון הארץ און לונגען קרענק, ל"ע. די שטודיע פירער האבן נאכגעקוקט די געזונטהייט צושטאנדן פון 8,701 מענטשן וועלכע זענען געווען נעבן גראונד זערא אינעם טאג פון דער אטאקע, אריינגערעכנט אפילו אזעלכע אין די ארומיגע צען גאסן, און פון די אלע האבן 41 פראצענט געזאגט אז זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו שטארקע דיקע רויעך, 10 פראצענט האבן געהאט איין מילדן וואונד, 2 פראצענט האבן געהאט 2 וואונדן, און 1 פראצענט האבן געהאט 3 אדער מער. 92 פון די אלע האבן אנטוויקלט הארץ פראבלעמען, 327 האבן אנטוויקלט דייעביטיס, 308 אסטמא פראבלעמען און 297 אנדערע לונגען פראבלעמען, נישט קענסער ה"י.

בילד: פרישע געזונטהייט שטודיע איבער "9/11"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל