מאנהעטן – דער קאמף וואס פארשידענע צער בעלי חיים גרופעס פירן שוין עטליכע יאר, מיט'ן ציל צו ברענגען אן אפשטעל צו די ספעציעלע רייזעס מיט פערד און וועגענער ארום "סענטראל פארק" אין ניו יארק סיטי, איז היפש אפגעשוואכט געווארן, נאכדעם וואס א הויפט גרופע, וועלכע האט געפירט דעם קאמף, האט געמאלדן אז זי האט אויפגעגעבן. די "ען וויי סי קלעס" גרופע האט באוויזן אין יאר 13' אנצופירן אזא מאסיוון פובליק רילעישאנס קאמפיין קעגן די פערד און וואגן רייזעס, אז עס איז געווארן דאן א הויפט טעמע פונעם היציגן ניו יארק סיטי מעיאר קאמפיין, און דעבלאזיא האט פארשפראכן אז ער וועט פטור ווערן פון די רייזעס – טראץ וואס ער האט שפעטער צוריקגעצויגן. די גרופע זאגט יעצט אז אנשטאט ארבעטן אפצושטעלן די רייזעס, וועלן זיי ארבעטן איינצושטעלן פאזיטיווע טוישונגען, אריינגערעכנט אז די רייזעס זאלן טאקע פארקומען נאר אין סענטראל פארק זעלבסט, און נישט אויף די ארומיגע גאסן, און אויך אז די פערדן זאלן באקומען באקוועמערע שיך און אנדערע איינריכטונגען.

בילד: סענטראל-פארק פערדן קאמף אפגעשוואכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל