אלבאני – ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענעראל, עריק שניידערמאן, האט געזאגט אז ער וועט אריינגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן דער פעדעראלער רעגירונג, אויב די רעפובליקאנער סענאטארן וועלן טאקע באשטעטיגן דעם ביל וועלכע וועט אפשאפן אבאמאקעיר און אריינשטעלן נייע רעפובליקאנער רעגולאציעס. שניידערמאן זאגט אז ער און זיינע געהילפן האבן אידענטיפיצירט פארשידענע ערנסטע פראבלעמען מיט די רעפובליקאנער פלענער, וועלכע זענען קלארע פארלעצונגען פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, און דעריבער וועט די פאטענציעלע אנקלאגע זיין אז טראמפקעיר פארלעצט די קאנסטיטוציע. שניידערמאן האט זיך אין די לעצטע מאנאטן ארויסגעשטעלט אלס א הויפט פיגור קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, זייענדיג פון די פירער אינעם קאמף קעגן טראמפ'ס "טראוועל פארבאט", וועלכע האט עווענטועל טאקע געמוזט געטוישט ווערן, בעפאר דער סופרים קאורט האט עס ערלויבט טיילווייז אריינצוגיין אין קראפט.

בילד: ניו יארק וועט קלאגן איבער טראמפקעיר

קעפל: אטוירני דזשענעראל עריק שניידערמאן וועט קלאגן די פעדעראלע רעגירונג אין נאמען פון ניו יארק, אויב די קאנגרעס פירט אדורך די רעפובליקאנער טראמפקעיר

אטוירני דזשענעראל עריק שניידערמאן: העלט קעיר איז א רעכט; נישט קיין לוקסוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל