וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן ערלויבן צו פארטיילן פרישע פופצן טויזנט וויזעס, מער ווי די לימיטס איינגעשטעלט דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע, וואס די וויזעס וועלן גיין ספעציעל פאר אזעלכע אויסלענדישע וואס זוכן אריינצוקומען קיין אמעריקע פאר ספעציפישע דזשאבס. היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר דזשאן קעלי האט געזאגט אז נאכדעם וואס ער איז געזעסן מיט'ן לעיבאר דעפארטמענט סעקרעטאר אלעקסאנדער אקוסטא, האט ער געהערט אז גרויסע אמעריקאנער ביזנעסער באקלאגן זיך אז זיי האבן נישט גענוג אמעריקאנער בירגער וואס זענען גרייט אנצונעמען צייטווייליגע פאבריקן דזשאבס און זיי מוזן דעריבער צוקומען צו פרישע אויסלענדישע ארבעטער, וואס אונטער די אמטירנדע טראמפ רעגולאציעס האבן מער קיין אויסלענדישע ארבעטער נישט געמעגט אריינקומען. קעלי האט אויסגעהערט די זארגן און האט געעפנט פלאץ פאר פרישע 15 טויזנט ארבעטער וויזעס.

בילד: רעגירונג שענקט 15 טויזנט ארבעט וויזעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל