קאליפארניע – א גרופע ארבעטער-רעכטן אקטיוויסטן האבן אונטערגענומען א נאציאנאלן קאמפיין קעגן דעם וואס גרויסע ביזנעסער, ספעציפיש קייט-געשעפטן און רעסטוראנטן, האבן אן איינפיר אז זיי מעלדן איין פאר ארבעטער פון צייט צו צייט אז צוליב וואס "ביזנעס איז שוואך", זאלן זיי נישט אריינקומען פאר עטליכע שטונדן אדער גאר פאר עטליכע טעג צו דער ארבעט. דער סארט איינפיר באדייט קלאר א פינאנציעלער פארלוסט פאר די ארבעטער, וועלכע ארבעטן שוין אזוי אויך פאר'ן מינימום-וועידזש און זענען אנגעוויזן אויף יעדן דאלאר, און דעריבער, זאגן די אקטיוויסטן, איז עס נישט יושר, אז די ארבעטסגעבער זאלן האבן קאנטראל ווען איינצומעלדן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן פאר ארבעטער, אז מען דארף זיי נישט האבן פאר עטליכע שטונדן אדער טעג. אין ניו יארק סיטי איז טאקע לעצטנס אריין אין קראפט א געזעץ וואס צווינגט רעסטוראנט אייגנטימער איינצומעלדן אמווייניגסטנס 2 וואכן פאראויס פאר אן ארבעטער אויב מ'וועט אים נישט דארפן פאר א שטיק צייט, און אויב פארפעלט מען איינצומעלדן, דארף דער ארבעטס-געבער באצאלן פאר'ן ארבעטער די שאדנס.

בילד: קאמף קעגן ארבעט-סקעדזשועל אומיוסטיץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל