וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן ארויסגעגעבן פרישע אנווייזונגען פאר אמעריקאנער אמבאסאדעס און קאנסולאטן איבער דער וועלט, זאגנדיג אז זיידעס, באבעס און אייניקלעך פון די זעקס מוסולמענער לענדער וועלכע זענען אונטער'ן אקטיוון "טראוועל פארבאט", ווערן יא גערעכנט ווי נאענטע פאמיליע מיטגלידער. דער סופרים קאורט האט מיט 3 וואכן צוריק געאורטיילט אז דער טראוועל פארבאט קען טיילווייז אריינגיין אין קראפט, אבער האט קלארגעשטעלט אז בירגער פון די 6 לענדער וועלכע האבן נאענטע פאמיליע מיטגלידער אין אמעריקע, זאלן יא לעגאל קענען אפעלירן און באקומען וויזעס אריינצוקומען קיין אמעריקע אפילו אין דער צייט וואס דער טראוועל פארבאט איז אין קראפט. די טראמפ אדמיניסטראציע האט נאכ'ן סופרים קאורט אורטייל געזאגט אז דאס נעמט נישט אריין זיידע-באבע און אייניקלעך, ברענגענדיג דערצו אז די סטעיט האוואאי זאל אריינגעבן א קלאגע און א האוואאי פעדעראלער ריכטער זאל פרובירן צו בלאקירן דעם טראוועל פארבאט. אריגינעל האט די טראמפ אדמיניסטראציע געוואלט באקעמפן דעם האוואאי ריכטער אין סופרים קאורט, אבער נעכטן האבן זיי אויפגעגעבן און טאקע איינגעשטעלט דעם טויש אז זיידע-באבע און אייניקלעך זענען יא פאררעכנט ווי נאענטע פאמיליע.

בילד: "טראוועל פארבאט" עטוואס לויזער געמאכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל