אריזאנע – א פרישער באריכט אין "פאליטיקא" צייגט אז פרעזידענט טראמפ ברויזט גאר שטארק אויפ'ן רעפובליקאנער סענאטאר דזשעף פלעיק, וועלכער איז איינער פון די מער-מעסיגע רעפובליקאנער אינעם סענאט, און באזונדער ווען ס'קומט צו דער אישו פון אנולירן אבאמאקעיר, האט זיך פלעיק ארויסגעשטעלט אלס איינער פון די וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן צו א ביל וואס וועט ברענגען אז 20 מיליאן אמעריקאנער זאלן נישט האבן קיין העלט אינשורענס. לויט'ן באריכט, האט טראמפ שוין עטליכע מאל גערעדט פערזענליך מיט דזשעף דעוויט, דער אריזאנע סטעיט טרעזשורער וועלכער האט געדינט א הויפט ראלע אין טראמפ'ס פרעזידענט קאמפיין, און טראמפ וויל אז דעוויט זאל אריינשפרינגען און לויפן קעגן סענאטאר פלעיק אין א רעפובליקאנער פריימערי. טראמפ האט אויך געזאגט אז ער איז וויליג אויסצוגעבן צווישן 4 ביז 5 מיליאן דאלער פון זיין אייגענע געלט, אויף צו העלפן באקעמפן פלעיק און אים ארויסזען פון וואשינגטאן.

בילד: טראמפ וויל באקעמפן דזשעף פלעיק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל