וואשינגטאן – מ'הערט מער און מער פון דעמאקראטישע שישקעס אז זיי ווילן אז סענאטארשע קאמאלא העריס זאל לויפן קעגן פרעזידענט טראמפ אין יאר 020', ווען טראמפ וועט לויפן פאר א צווייטן טערמין. העריס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס די נייע אויפקומענדיגע שטערן אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי, געבנדיג געלונגענע רעדעס און אויפטריטן, און באזונדער ווערט נישט באהאלטן דער פאקט אז זי איז א שווארצע און א פרוי, האט זי ביידע זאכן וואס אפעלירט צו די ליבעראלע מאסן איבער'ן לאנד. סענאטארשע העריס האט אויך געמאכט העדליינס ביי עטליכע לעצטיגע סענאט קאמיטע זיצונגען, וואו זי האט שארף אויסגעפארשט טראמפ קאמפיין פיגורן אין פארבינדונג מיט דער רוסלאנד אויספארשונג. העריס האט זיך מיט עטליכע טעג צוריק געטראפן מיט א גרופע רייכע ביישטייערערף וועלכע האבן געגעבן פאר'ן קאמפיין פון פרוי קלינטאן מיליאנען דאלארן, און מען הערט אז דער ליבעראלער ביליאנער דזשארדזש סאראוס איז גרייט צו עפענען זיין קעשענע און ביישטייערן פאר א העריס פרעזידענט קאמפיין קאסע.

בילד: העמדל מיט סלאגן קאמאלא העריס 2020

בילד: זוכענדיג קאמאלא העריס אויף גוגל, ווייזט אז זי וועט לויפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל