אימאם – א ריכטער אין מאנטרעאל האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלן ארעסט באפעל אויף א מוסולמענער אימאם, וועלכער ווערט באשולדיגט אין געבן רעדעס אין זיין לאקאלן מעטשעט, וואו ער האט אפעלירט צו זיינע נאכפאלגער אומצוברענגען אידן, ה"י. דער אימאם שעיך מוכאמעד מוסא על נאסאר (Muhammad ibn Musa Al Nasr) איז אנגעקלאגט געווארן דורכ'ן ריכטער מיט פארשפרייטן האס און אנדערע קלאגעס, און דאס קומט א דאנק וואס עטליכע מאנטרעאלער אידישע ארגאניזאציעס האבן אין מערץ אריינגעגעבן טענות צו די פאליציי, נאכדעם וואס ס'זענען אפירגעקומען עטליכע רעקארדירונגען פון אימאם על נאסאר'ס רעדעס, וואו ער זאגט אז יעדער מוסולמענער גלויביגער האט א פליכט אומצוברענגען אידן. על נאסאר'ס רעדעס קומען אין א צייט וואס נאך עטליכע לאקאלע קוויבעקער מוסולמענער קלעריקס ווערן באשולדיגט אין פארשפרייטן האס קעגן אידן, און די פאליציי זאגן אז דערווייל ווייסן זיי נישט וואו על נאסאר געפינט זיך. קלאנגען זענען אז ער איז אנטלאפן קיין ירדן, וואו ער איז געבוירן, וויסנדיג אז עס שטייט אים אויס קלאגעס, און דערווייל איז נישט קלאר צי די קאנאדישע רעגירונג וועט פרובירן צו געווינען זיין אויסליפערונג פון ירדן.

בילד: דער אימאם שעיך מוכאמעד מוסא על נאסאר (Muhammad ibn Musa Al Nasr)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל