ליסבאן – א געריכט אין א קליין שטעטל אין פארטוגאל האט געאורטיילט, אז א ספר תורה וועלכע איז 400 יאר אלט קען פארבלייבן אין די הענט פונעם דארטיגן פובליק, ארויסווארפנדיג די קלאגעס פון א ביזנעסמאן וועלכער טענה'ט אז ער האט אפגעקויפט די ספר תורה. עס איז געפונען געווארן מיט צען יאר צוריק דורך א צופאל פון א קאנסטרוקציע ארבעטער אינעם פארטוגעזישן שטעטל קאווילא, און באלד זענען אריינגעברענגט געווארן עקספערטן און היסטאריקער עס אפצושאצן. עס איז באשטעטיגט געווארן אז עס איז אן אויטענטישע און כשר'ע ספר תורה, און ס'איז גענוצט געווארן דורך אידישע אנוסים וועלכע האבן געהיטן אידישקייט באהאלטענערהייט בשעת די אינקוויזיציע האט געבוזשעוועט אינעם ראיאן. די טאון קאונסיל אין קאווילא האט געזאגט אז זי וועט ארויסשטעלן די ספר תורה אין א לאקאלן מוזעאום, אבער דאן איז אנגעקומען א ביזנעסמאן וואס האט געזאגט אז ער האט עס אפגעקויפט גלייך פונעם קאנסטרוקציע ארבעטער וועלכער האט עס געטראפן. דער ארבעטער האט עס געלייקנט, און א געריכט האט געגעבן גערעכט פאר'ן ארבעטער, און די טאון קאונסיל וועט גיין פאראויס מיט די פלענער ארויסצושטעלן די ספר תורה אינעם מוזעאום.

בילד: פארטוגאל שטעטל בלייבט מיט ספר תורה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל