קאראקאס – די פירער פון דער אפאזיציע אין ווענעזועלע, קעגן רעזשים פון פרעזידענט ניקאלעס מאדורע, האבן געזאגט אז זיי וועלן אונטערנעמען א בליץ קאמפיין פון פארשידענע אקטיוויטעטן, מיט'ן ציל ארויסצוצווינגען מאדורע פון מאכט, וואס קומט נאך פארצויגענע בלוטיגע פראטעסטן וועלכע האלטן שוין אן 4 מאנאטן. די אפאזיציע האבן אפגעהאלטן א סימבאלישע אנטי-מאדורע רעפערענדום זונטאג, וואו 7.6 מיליאן זענען ארויסגעקומען, און יעצט וויל די אפאזיציע אז די וואך דאנערשטאג זאלן ארבעטער פון אלע רעסטוראנטן, געשעפטן און בענק ארויסקומען אויף די גאסן צו פראטעסטירן, און נישט אריינגיין צו דער ארבעט, וואס וועט ברענגען ממש א נאציאנאלן שאטדאון, און מאדורע וועט זיין געצווינגען, אדער צו מסכים זיין צו רעפארמירן זיין רעגירונג, אדער אפצוטרעטן. דער אפאזיציע פירער פרעדי גואווערא האט אויך געזאגט אז אין די נאענטע טעג וועלן זיי פארמירן א "נאציאנאלע יוניטי רעגירונג" און אוועקשטעלן אייגענע סופרים קאורט ריכטער, אפצושוואכן די פרא-מאדורע סופרים קאורט.

בילד: ווענעזועלע אפאזיציע גרינדט אייגענע רעגירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל