סיריע – ווי א הויכראנגיקער קורדישער קאנטער-טעראריזם באאמטער זאגט, זענען די אלע שמועות און האלבע באריכטן אז דער אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי איז אומגעברענגט געווארן, נישט אמת. לויט'ן באאמטער, לאהאור טאלאבאני, האבן די קורדן קראנטע אינפארמאציע אז באגדאדי לעבט און ער האלט זיך אויף ערגעץ דרום נעבן דער שטאט ראקא, וועלכע איז די איינציגסטע שטאט אין סיריע וואו אייסיס איז דערווייל נאך אין קאנטראל. די סטעיטמענטס איבער על באגדאדי'ס סיטואציע איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס דער קרעמלין ווארטזאגער דעמיטרי פעסקאוו אין רוסלאנד האט אויך געזאגט אז די רוסישע רעגירונג ציט צוריק פון אירע דעקלעראציעס וואס זי האט געמאכט מיט צוויי וואכן צוריק אז על באגדאדי איז טויט, און פעסקאוו זאגט אז דערווייל ווערן נאך די פארשידענע באריכטן אויסגעפארשט. טאלאבאני זאגט אז ס'וועט נישט זיין אזוי גרינג אומצוברענגען על באגדאדי, ווייל ער האט זיך גוט געלערנט וויאזוי צו באהאלטן, זייענדיג א מיטגליד פון על קאידא אין איראק.

קורדן: אייסיס פירער באגדאדי לעבט נאך יא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל