אמאן – א מיליטערישע געריכט אין ירדן האט פאראורטיילט אן ארטיגן זעלנער איבער דעם וואס ער האט געשאסן און אומגעברענגט דריי אמעריקאנער זעלנער ביי א ירדנ'ער מיליטערישע לופט באזע, און דער זעלנער האט באקומען צוגעטיילט לעבנסלענגליכע טורמע אין אן ארבעטס קעמפ. זעלנער מאריק טאוואיא האט געעפנט פייער אויף די אמעריקאנער זעלנער פארלאפענעם נאוועמבער 4, בשעת זיי זענען אנגעקומען אין א טרעקל צו דער באזע. אין אנהייב האט די ירדנ'ער רעגירונג אנגעלייגט די שולד אויף די אמעריקאנער זעלנער, זאגנדיג אז די זעלנער האבן אנטזאגט פארארדענונגען אפצושטעלן זייער טרעקל, אבער די ארטיגע רעגירונג האט שפעטער צוריקגעצויגן און געזאגט אז דער זעלנער טאוואיא האט געשאסן אויף די אמעריקאנער זעלנער סתם אזוי. פאמיליע מיטגלידער פון די 3 אומגעקומענע אמעריקאנער זעלנער זענען ספעציעל געפארן קיין ירדן מיטצוהאלטן דעם פראצעס, און האבן אויסגעדרוקט דאנקבארקייט צו דער ירדנ'ער רעגירונג פאר'ן ברענגען דעם שיסער צו יוסטיץ.

בילד: אורטייל אין ירדן איבער געשאסענע אמעריקאנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל