סעאל – אין א פאטענציעלן דורכברוך אין דער אנגעצויגנקייט ארום דער קאמוניסטישער צפון קארעא, האט איר שכן דרום קארעא געזאגט נעכטן אז זי איז גרייט זיך אראפצוזעצן מיט צפון קארעא צו באנייען די דיפלאמאטישע געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער. דאס קומט נאך עטליכע דראמאטישע וואכן ווען צפון קארעא האט דורכגעפירט אן ערשטמאליגע פראבע אויף אן אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל און דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער באטראכט מעגליכע מיליטערישע שריט קעגן צפון קארעא.

דער אנבאט, אפצוהאלטן דיפלאמאטישע געשפרעכן, איז געקומען פון דרום קארעא'ס רעלאטיוו-נייער פרעזידענט, מון דזשאי-אין, וועלכער האט קלאר געזאגט אז ער וועט זוכן א דיפלאמאטישע, און נישט-מיליטערישע, לעזונג צו דער אנגעצויגנקייט. דרום קארעא'ס רעגירונג זאגט אז זיי ווילן אפהאלטן די געשפרעכן אום יולי 21, אינעם "פאנמונזשאם שלום ווילעדזש" – א געגנט אין דער גרעניץ צווישן די צוויי לענדער, וואו זיי האבן אין לויף פון די יארן אפגעהאלטן פארשידענע געשפרעכן. דערווייל האט דער רעזשים פון קים יאנג אן נאכנישט רעאגירט.

בילד: דרום קארעא שלאגט פאר געשפרעכן מיט קאמוניסטישע צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל