א לאנג-יעריגער פאליציי אפיציר, וועלכער איז געקומען צו פארן צום וואסער פראנט אין לאנג ביעטש צו ווארענען שווימערס איבער זיכערהייט, איז איבערגעפארן צוויי מענטשן וועלכע זענען זיך געמיטליך געליגן אויפ׳ן ביעטש אינאיינעם מיט אנדערע. די אינצידענט איז באצייכנט געווארן דורך די פאליציי אלס ״מאדנע״, און דער פאליציאנט וועלכער איז אריבערגעגאנגען א אלקאהאל טעסט, צייגט אז ער איז געווען פולשטענדיג ניכטער, און עס בלייבט איבער צו פארשטיין וויאזוי ער האט נישט געזען די צוויי מענטשן ליגן אין די זאמד.

די צוויי זענען אפגעפירט געווארן פאר באהאנדלונגען אין א דערנעבנדיגע שפיטאל, און זענען ערווארטעט זיך צו ערהוילן. די פאליציי האט געעפנט א גרונטליכע אויספארשונג, און געזאגט אז זי וועט מעגליך אריינשטעלן רעגולאציעס אז עס זאל נישט קענען פאסירן אין די צוקונפט. דער פאליציאנט זאגט אז ער האט נישט באמערקט די מענטשן, וויבאלד זיי האבן זיך איבערגעדעקט מיט א דאכענע.

בילד: פאליציי אפיציר אין לאנג איילענד פארט איבער 2 מענטשן ביים ביעטש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל