א העלישע פייער וואס האט אויסגעבראכן אין מאנהעטן נאנט צו די שינעס, האט אפגעהאלטן באנען פון פארן, און האט פאראורזאכט א קאלאסאלע כאאס אין די סאבוועי טראנספארטאציע אפאראט היינט אינדערפרי, וועלכע זענען די פארנומענסטע שעות אין די וואך, נאכדעם וואס מען קערט זיך צוריק פון די ענדע-וואך אפרוה. צענלדיגע טויזענטער רייזנדע אין מאנהעטן און אין ברוקלין זענען געבליבן געשטראנדעט, און די סטאנציעס זענען געווען איבערגעפולט מיט רייזנדע וועלכע האבן געווארט שטונדן אויף זייערע באנען.

די בי. און סי. באנען זענען געווען גענצליך ארויס פון סערוויס, און די עי. און די די. האבן צוגעשטעלט בלויז טיילווייזע סערוויס. די פאליציי זאגט אז די כאאס האט איבערגעלאזט ארום 9 מענטשן וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן צוליב די רויעך, וועלכע האט אנגעפולט די סטאנציע אויף 125'סטע סטריט.

די פייער האט אויסגעבראכן ארום 7 אזייגער אינדערפרי, און ארום 10 אזייגער האט די עם-טי-עי געמאלדן אז אלע אירע ליניעס פארן שוין געהעריג. (געהעריג רעלאטיוו צו די פארשפלעפטע און פארקריפלטע באן סערוויס דעם זומער.)

בילד: העלישע פייער פאקריפלט סאבוועי אין ניו יארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל