טראץ די נאכאנאנדיגע רעטאריק פון פרעזידענט טראמפ איבער אויפענעמען בלויז אמעריקאנער ארבייטער, האט די אדמינסטראציע באשטעטיגט 15,000 ארבייטס וויזעס פאר אויסלענדישע ארבייטער הויפטזעכליך ביליגע סעזאן ארבייט, דאס איז א 45% העכערונג אין די געווענליכע ראטע פון די H-1B וויזעס וואס די רעגירונג געט ארויס אין די צייט פונעם יאר. די העכערונג איז א דאנק א ביל דורכגעפירט אין קאנגרעס פאריגעס יאר וועלכע געט די רעכט פאר די היימלאנד זיכערהייט סעקערטאר אינאיינעם מיט די ארבייטס סעקערטאר צו העכערן די צאל וויזעס לויט די געשאצטע געברויך פון אמעריקאנער פירמעס. פולע פרא-טראמפ אנטי-אימיגראציע גרופעס האבן שוין אויסגעדריקט זייער פראטעסט און זאגן אז דאס גייט קעגן די קאמפיין צוזאגן פונעם פרעזידענט, און ספעציעל ווען עס קומט אין די זעלבע צייט וואס דער פרעזידענט הייבט אן די ״געמאכט אין אמעריקע״ וואך, וועלכע איז געווידמעט צו פראמאטירן די וויכטיגקייט פאר די עקאנאמיע צו קויפן און האנדלן מיט פראדוקטן וועלכע ווערן פאבריצירט אין די פאראייניגטע שטאטן.

בילד: טראמפ אדמינסטראציע לאזט אריין נאך 15,000 אויסלענדישע ארבייטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל