שטייענדיגע א צייט אפשניט פון 6 חדשים זינט פרעזידענט טראמפ געפונט זיך אין ווייסן הויז, איז נעכטן פובליצירט געווארן אן אנקעטע וועלכע צייגט אז פרעזידענט טראמפ באקומט די נידריגסטע צופרידנהייט פון סיי וועלכע פרעזידענט אין די היסטאריע זינט מען האלט רעקארד. די אנקעטע וועלכע איז דורכגעפירט געווארן דורך די וואשינגטאן פאוסט, טוט באטראכטן די אויפטוען פון פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע זעקס מאנאטן אין ווייסן הויז, און ברענגט גאר שלעכטע נייעס פאר'ן פרעזידענט, וועלכע צייגט אז ער שטייט די נידריגסטע פון סיי וועלכן אמעריקאנער פרעזידענט זינט 975'. ווען בלויז ארום 36 פראצענט אמעריקאנער בירגער זאגן אז ער טוט א גוטן דזשאב, און אין די זעלבע צייט זאגן 58 פראצענט אז ער טוט א שלעכטן דזשאב, דאס לעצטע מאל א פרעזידענט האט באקומען א ענליכע ציפער איז געווען אין 1975, ווען בלויז 39 פראצענט אמעריקאנער האבן געהאלטן אז פרעזידענט דזשעראלד פארד טוט א גוטן דזשאב, שטייענדיג נאך די ערשטע 6 מאנאטן אין ווייסן הויז.

טראמפ - ווי זיין שטייגער צו רופן יעדע נעגאטיווע באריכט פעיק ניוז - האט זונטאג אינדערפרי באלד רעאגירט צו די פרישע אנקעטע, שרייבנדיג אז דאס איז די זעלבע אנקעטע פירמע וועלכע האט זייער נישט-אקוראט פאראויסגעזאגט דעם אויסגאנג פון די וואלן. עס איז אבער אנגעצייגט געווארן אז די לעצטע "וואשינגטאן פאוסט" אנקעטע פון בעפאר די וואלן איז אייגנטליך געווען גאנץ אקוראט, און האט געצייגט אז קלינטאן גייט באקומען 49 פראצענט פון די שטימען און טראמפ 46 פראצענט. ביים ענדע האט טראמפ טאקע געווינען די נויטיגע צאל עלעקטארעל שטימען צו באקומען די פרעזידענטשאפט, אבער אין די פאפולערע שטימען איז דער "וואשינגטאן פאוסט" אנקעטע געווען גאר אקוראט, ווען קלינטאן האט באקומען 48 צו טראמפ׳ס 46. די אנקעטע צייגט אויך אז אין געגענטער ווי טראמפ האט גאר שטארק געווינען טוט זיין פאפולאריטעט פאלן דראמאטיש.

בילד: טראמפ באקומט גאר נידריגסטע צופרידנהייט ראטע אין לעצטע אנקעטע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל