אויטאריטעטן אין מדינת ישראל און איבער די וועלט דריק אויס זארג אז די רעאקציע פון מדינת ישראל צו די ברוטאלע אטאקע דעם פרייטאג אויפ׳ן הר הבית קען ברענגען א פרישע רונדע פון געוואלדטאטן און מעגליך א פרישע אינטיפאדא, דאס קומט נאכדעם וואס מדינת ישראל האט גענומען די פרעצעדענטלאזע שריט פון גענצליך אפשפארן דעם הר הבית פאר מוסלעמנער וועלכע האבן צום ערשטן יאר אין צענדליגע יארן נישט געקענט אפהאלטן די פרייטאג געבעט, דאן ביים צוריק עפענען דעם בארג נעכטן האבן די אויטאריטעטן אוועקגעשטעלט מעטאל-דיטעקטארס און שטרענגע וואך פונקטן ביי אלע אריינגענגט, א זאך וואס די אראבער און מוסלעמענער באטראכטן בלויז אלס אן ארויסרייד צו געצליך איבערנעמען קאנטראל אויפ׳ן הר הבית, טראץ וואס דער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט פארשפראכן אז ער וועט רעספעקטירן און אנהאלטן דעם סטאטוס קווא ביים הר הבית.

אזוי אויך האט מדינת ישראל ארעסטירט א רייע שעיכן און מוסלעמנער אקטיוויסטען וועלכע זענען אקטיוו אויפ׳ן הר הבית. די לעצטע שריט ווערן געזען דורך די מוסלעמנער אלס א פרואוו צו אוועקנעמען זייער ׳איינגטומערשאפט׳ וואס זיי האבן ליידער אויפ׳ן הר הבית, און האבן געברענגט מאסיווע פראטעסטן און א שטורמישע אויפברויז אין די מולסמענער גאס. דער קעניג פון ירדן און דער פאלעסטינער פרעזידענט אבו-מאזן האבן אפגעהאלטן געשפרעכן אין די לעצטע טעג מיט׳ן מדינת ישראל פרעמיער אין א פרואוו צו טרעפן א פרידליכע לעזונג צו די זיכערהייטס געפאר׳ן אויפ׳ן הר הבית.

בילד: זארג איבער פרישע רונדע פון געוואלדטאטן אין ארץ ישראל ה״י

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל