די ׳וואשינגטאן פאוסט׳ האט אויפגעדעקט אז די אראבישע עמיראטן האבן ארקעסטרירט א סייבער אקציע אין וועלכע זיי האבן איינגעפלאנצט פאלשע ארטיקלן און אנגעבליכע סטעיטמענטס פונעם אמיר פון קאטאר, סטעיטמענסט וועלכע האבן געפירט צו די יעצטיגע קריזיס צווישן קאטאר און עטליכע אראבישע לענדער. די באריכט אין וואשינגטאן פאוסט איז באזירט אויף קוועלער אינערהאלב די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן וועלכע צייגן אן אז די רעזשים אין די אראבישע עמיראטן האבן דיסוקטירט א פלאן צו איינפלאנצן פאלשע סטעיטמענט אין די מידיע פון קאטאר צו צייגן אז זי שטיצט טעראר, צווישן די פאלשע ציטאטן זענען געווען לויב ווערטער פאר איראן אלס א ׳איסלאמישע אימפעריע׳ און אזוי אויך לויב ווערטער פאר די ׳כאמאס׳ טעראר גרופע. די ציטאטן וואס קאטאר לייקנט אפ זענען ערשינען אין די אפיציעלע פרעסע פון קאטאר, און יעצט שטעלט זיך ארויס אז די אראבישע עמיראטן האבן דאס איינגעפלאנצט צו בארעכטיגן די דיפלאמאטישע בלאקאדע וואס זיי לייגן ארויף אויף זיי.

די אראבישע עמיראטן טוען קאטעגאריש אפלייקענען די באריכטן און דער אויסערן מיניסטער אנוואר בין מוכאמעד זאגט אז די באריכט איז דורכאויס פאלש און אומבאגרינדעט, ״וואס מיר ווייסן פאר א פאקט אלס ריכטיג איז די אנגייענדע שטיצע פון קאטאר פאר כאמאס און אלע טעראר גרופעס, און איר נאכאנאנדיגע אקטיוויטעטן צו צושטערן די סטאביליטעט אינעם ראיאן״ אנדערע קוועלער אין די רעגירונג האבן אויך געזאגט אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז די סייבער אקציע איז גאר דורכגעפירט געווארן דורך רוסלאנד וועלכע האט אן אינטרעסע אין אפשוואכן די קאאפעראציע צווישן אמעריקע און קאטאר.

בילד: קריזיס צווישן קאטאר און אראבישע עמיראטן צוליב סייבער אקטיוויטעטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל