אין זיינע געשפרעכן מיט׳ן פארנצויזישער פרעמיער מיניסטער עמנואל מאקראן ביי זיין פארלאפענע באזוך אין פראנקרייך האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אויפגעברענגט די שארפע קעגנערשאפט פון מדינת ישראל צו די לעצטערע פייער אפשטעל אפמאך וועלכע איז געשלאסן געווארן צווישן אמעריקע און רוסלאנד און נעמט אריין אלע קעמפערישע זייטן אין סיריע, די זארג פון מדינת ישראל איז אז איראן - די הויפט פיינט פון מדינת ישראל - וועט באקומען א פערמאנאנטע אנוועזנהייט בלויז 20 קילאמעטער אוועק פון איר צפון גרעניץ, וויבאלד עס איז דא א שטארקע איראנער אנוועזנהייט פון איראן אין דרום סיריע.

דער רוסישע אויסערן מיניסטער סערגעי לעוואראוו האט זיך היינט באצויגן צו די זארג זאגנדיג אז אין די פארהאנדלונגען האט מען פארזיכערט צו דערווייטערן איראן פון די מדינת ישראל גרעניץ, אבער מדינת ישראל זאגט אז די פאקט אז איראן בלייבט מיט א שטארקע אנוועזנהייט אין סיריע טוט באדראען מדינת ישראל, און אז אמעריקע און רוסלאנד האבן זיך נישט גערעכנט מיט די זיכערהייט פון מדינת ישראל ביים מאכן די באשלוס, וועלכע וועט געבן א געלעגנהייט פאר איראן צו בויען מיליטערישע באזעס וועלכע וועלן שטעלן א דירעקטע געפאר אויף מדינת ישראל.

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס די טראמפ אדמיניסטראציע מאכט באשלוסן וועלכע זענען געפארפול צו מדינת ישראל, אינערליכע קוועלער אין מדינת ישראל זאגן אז דאס נעמט אריין מאסיווע וואפן פארקויפן פאר אראבישע לענדער וואס ווערן נישט איבערגעשמועסט מיט מדינת ישראל, אנדערש ווי אין די אבאמא אדמיניסטראציע וואס יעדע וואפן פארקויף איז געווארן אין געהיים איבערגעשמועסט און באקומען א באשטעטיגונג פון מדינת ישראל.

בילד: מדינת ישראל באזארגט איבער סירישע פייער אפשטעל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל