א שוידערליכע אינצידענט האט פאסירט אין מינעאפעליס, ווען א פרוי האט גערופן 911 צו באריכטן אז זי איז אטאקירט געווארן אונטער איר הויז, אבער אנשטאט איר ארויסהעלפן האט דער פאליציאנט איר דערשאסן צום טויט, די 40 יעריגע דשאסטין דיימאנד האט גערופן פאר הילף און ווען די פאליציי איז אנגעקומען  האבן זיי געעפנט פייער אויף איר, די אינצידענט רופט ארויס אויפברויז און ווייטאג אין איר געמיינדע, ספעציעל ביי די וועלכע האלטן אז פאליציי איז צו לייכט אויפ׳ן צינגל און זיי שיסן צו שנעל פאר׳ן באאבאכטן די סצענע, דערווייל האט די פאליציי נאכנישט ערקלערט וואס פונקטליך עס האט פאסירט און עס ווערט געזוכט א ווידיא פון די סצענע צו קענען דערגיין די ריכטיגע ווערסיע איבער וואס האט געברענגט צו איר טויט. און אזוי אויך ווערט אויסגעפארשט פארוואס די פאליציי האבן נישט אנגעצינדן זייערע באדי קאמערעס אזוי ווי די ארטיגע געזעץ לויטעט. די געשיכטע האט אויך געמאכט א שטורעם אין אוסטראליע און די ארטיגע רעגירונג פארלאנגט ענטפערס פון די לאקאלע רעגירונג אין מינעאפעליס.

בילד: פאליציי דערמארדעט פרוי וואס האט גערופן פאר הילף

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל