אין אריזאנע האט נעכטן פאסירט א שרעקליכע טראגעדיע ווען שווימער זענען פארכאפט געווארן אין א פארשוועמונג און ארום 9 זענען אומגעקומען אויפ׳ן ארט און נאך עטליכע פארוואונדעט, עס איז געקומען אין א צייט וואס הונדערטער טייכן און קוועלער ארום די סטעיט זענען פול מיט איינוואוינער וועלכע קומען זיך אפקילן פון די ברענעדיגע היץ כוואליע וואס פלאגט די סטעיט גרייכנדיג איבער הונדערט גראד. און צווישן די האט זיך געפונען א פאמילע פון 13 נפשות וועלכע האט זיך אפגעקילט אין די נאטורליכע שווים באסיין אין די טאנטא נאציאנאלע וואלד ווי עס געפונען זיך וואסער פאלן און קאלטע טייכלעך, ווען פלוצלינג איז אראפגעקומען פון די בערג א מאנסעטערישע בלאטע פארפלייצונג פון 40 פוס ברייט און איבערגעדעקט דאס טייכל און פארשוועמט די וועלכע האבן זיך געפונען דארט, בלויז 4 האבן זיך באוויזען צו ראטעווען ווען די אנדערע 9 זענען דערטראנקען געווארן און אומגעקומען. די ארטיגע סטעיט האט געהאט ארויסגעלייגט א פלעש פלאד ווארנונג און פארלאנגט פון איינוואוינער נישט זיך צו דרייען אין די געגענטער.

בילד: לענדסלייד פארפלייצונג אין אריזאנע קאסט דאס לעבן פון 9

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל