די ווענעזועלע אפאזיציע האט נעכטן אפגעהאלטן א רעפערענדום וואס זי האט פאררופן אין ליכט פון די רעזשים׳ס אנגייענדע אקטיוויטעטן צו איבערשרייבן דאס לאנדס קאנסטיטוציע, די רעפערענום איז אפגעהאלטן געווארן צוויי וואכן פאר די רעגירונג האלט אפ אירע אפיציעלע וואלן פאר די דעלעגאנטן וועלכע וועלן זיין טייל פון די קאמיטע צו שרייבן א פרישע קאנסטיטוציע, ארום 7 מיליאן ווענעזועלער בירגער האבן געשטימט אין די רעפערענדום און ארום 98 פראצענט האבן געשטימט קעגן א נייע קאנסטיטוציע.

ארום א דריטל פון אלע שטים בארעכטיגטע אין ווענעזועלע האבן זיך באטייליגט, טראץ וואס די אפשטימונג האט נישט קיין שום לעגאלע האפט און איז בלויז א אויסדריקט פון שטיצע מיט די אפאזיציע, און איז געקומען צו צייגן די שטארקע כח וואס די אפאזיציע האט און פארזיכערן אז איר שטימע ווערט נישט אונטערדריקט אין די בעפארשטייענדע וואלן. ווענעזועלע ליידט פון א שטארקע הונגער קריזיס און די לעצטע דריי און א האלב מאנאטן קומט דארט פאר א פאליטישע קריזיס מיט ווילדע פראטעסטן איבער׳ן לאנד, און די פאליצייאישע ברוטאליטעטן צו דערשטיקן די פראטעסטן האבן שוין אומגעברענגט איבער 100 און פארוואונדעט נאך ארום 1,400 הונדערט פראטעסטירער.

בילד: ווענעזונעלע האלט אפ אומאפיציעלע רעפערענדום איבער פרישע קאנסטיטוציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל