אין א אינטרעסאנטע אנטוויקלונג אין די קריזיס צווישן נארט קארעא און אירע שכנים און מיט די מערב וועלט האט דער נייער פרעזידענט פון סאוט קארעא מאָן דשעי-אין געמאלדן אז ער גרייט צו עפענען דירעקטע געשפרעכן מיט צפון קארעא לענגאויס איר גרעניץ. ער קומט דערנאך א קאמפיין צוזאג, ער איז געלאפן אויף א פלאטפארמע וועלכע האט גערופן פאר א פרידליכע לייזונג פון די קריזיס און מער דיאלאג צווישן די צוויי קארעאס, ער שטעלט זיך קעגן די שטרענגע ליניע וואס די טראמפ אדמינסטראציע זוכט צו נעמען. אויב וועט צפון קארעא דאס אננעמען וועלן די געשפרעכן פארקומען דעם פרייטאג און איז ערווארטעט צו זיין די ערשטע פון איר סארט זינט 2015, די רעגירונג האט אויסגעדריקט האפענונג אז עס וועט צוריקשטעלן אין פלאץ די פייער אפשטעל און ענדיגן די פיינטליכע אקטיוויטעטן לענגאויס דעם גרעניץ. דאס קומט אין א צייט ווען די צוויי לענדער וועלן אפצייכענען די אפיציעלע וואפן שטילשטאנד צווישן די צוויי קארעאס מיט 64 יאר צוריק.

בילד: סאוט קארעא זוכט צו עפענען א דירעקטע דיאלאג מיט צפון קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל