אומגעפער 3:09 היינט נאכמיטאג, איז אַ טעקסי דרייווער דערשאָסן געווארן אין די קאָפּ אין צענטער פון די אידישע געגנט. פּאָליציי פון ספּרינג וואַלי, ראַמאַפּאָ, ראקענד קאונטי שעריפ'ס דעפּאַרטמענט און ניו יאָרק סטעיט פּאָליס זענען ביי די סצענע און פארשן די אינצידענט, ווי אויך ווי ספּרינג היל אַבמבולאַנס קאָרפּ. דער געשעדיגטער איז אריינגעפירט געווארן צו די נייאַק שפיטאל, באוויסטלאז. ערשטע באריכטן אַז דער קאר האט אויפגעפלאקערט, האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זייך פאלש.

דערווייל זעהט אויס אז דער טעקסי דרייווער איז דערשאָסן געווארן דורך די פּאַסאַזשיר זייט פענצטער, זיין קאר האט דאן פארלויערן קאָנטראָל, און אריינגעזעצט אין אַ הויז.

בילד: שיסעריי אין ספרינג וואלי

מאפע: שיסעריי אין ספרינג וואלי




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל