האנאלולו - אין האוואאי האבן די סטעיט אויטאריטעטן דערקלערט אז זיי וועלן אונטערנעמען ספעציעלע מאסנאמען גרייט צו מאכן אלע איינוואוינער פאר דער מעגליכקייט פון א צפון קארעא מיסיל אטאקע. די מאסנאמען - ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך - וועלן ארייננעמען דאס געבן ספעציעלע טרענירונגען פאר'ן פובליק און ספעציפיש פאר קינדער אין אלע סקולס, וואס צו טאן אין פאל פון א מיסיל אטאקע, און אויך וועלן די סטעיט באאמטע באטראכטן אפציעס צו בויען גרויסע בונקערס און אנדערע איינריכטונגען צו קענען באשיצן גרויסע פראצענטן פון די סטעיט׳ס באפעלקערונג אין פאל פון אן אטאקע. די אלע מאסנאמען קומען אין רעאקציע צו דעם וואס צפון קארעא האט מיט עטליכע וואכן צוריק צום ערשטן מאל דורכגעפירט א פראבע אויף אן אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל, וועלכע קען גרייכן ביז האוואאי און אלאסקע. די נייעס קומט אין די זעלבע צייט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע גרייט זיך איינצושטעלן א טאטאלן פארבאט אז אמעריקאנער בירגער זאלן נישט טארן פארן קיין צפון קארעא, צוליב׳ן געפאר פון ארעסטירט ווערן דארטן.

בילד: האוואאי גרייט זיך אויף קארעא אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל