פלארידע – א זעקל וועלכע פארמאגט אויף זיך שפורן פון זאמד פון דער לבנה, איז פארקויפט געווארן פאר דער אסטראנאמישער סומע פון 1.8 מיליאן דאלער, וואס דערמיט איז געקומען צו אן ענדע א לעגאלע קאמף וואס די אמעריקאנער ספעיס אגענטור נאסא האט געפירט איבער קאנטראל אויף די לבנה שטויב. דאס זעקל איז גענוצט געווארן דורכן אסטראנאט ניעל ארמסטראנג בשעת׳ן אראפטרעטן אויף דער לבנה אין 969׳, אבער מיט די יארן איז עס אנגעקומען צום הענט פון א פארשוין אין אילינאי, וועלכער איז געווען באקאנט אלס א רויבער פון היסטארישע ארטיקלען. די לאקאלע אילינאי אויטאריטעטן האבן ארויסגעשטעלט דאס זעקל אינאיינעם מיט אנדערע קאנפיסקירטע זאכן פונעם רויבער צו פארקויפן, און א פרוי האט עס אפגעקויפט, און וויסנדיג אז ס׳איז עפעס אין שייכות מיט ספעיס, האט זי עס געשיקט צו נאסא פאר טעסטס, וואס דאן האט זיך נאסא געכאפט וואספארא היסטארישע זאך דאס זעקל איז און האט גערופן די פרוי אין געריכט. די געריכטליכע פראצעדורן האבן זיך געצויגן ביז 15׳, ווען פעדעראלע ריכטער האבן געגעבן גערעכט פאר די פרוי, אז זי האט עס פאקטיש לעגיטים אפגעקויפט און דעריבער איז עס אירס. אצינד איז דאס זעקל פארקויפט געווארן אנאנים ביי א ״סאטעביס״ ליציטאציע פאר 1.8 מיליאן דאלאר.

בילד: לבנה זאמד פארקויפט פאר 1.8 מיליאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל