קענסאס – סאושעל סעקיוריטי אינפארמאציע פון פינף און א האלב מיליאן אמעריקאנער בירגער זענען אין די הענט פון העקערס, וועלכע האבן אריינגעהעקט אין א וועבסייט פון די קענסאס סטעיט רעגירונג. די העקעריי אטאקע האט פאסירט אויף א וועבסייט וואס ווערט קאנטראלירט דורך די קאמערץ דעפארטמענט אין קענסאס, וועלכע האט א ספעציעלן פראגראם פאר איינוואוינער פון זעכצן אמעריקאנער סטעיטס אז מענטשן קענען אריינגעבן אפליקאציעס פאר דזשאבס אין קענסאס, אבער די אפעקטירטע זענען בלויז פון די פאלגענדע 10 סטעיטס: קענסאס, ארקענסא, אריזאנע, דעלאוועיר, איידעהא, מעין, אקלעהאמע, ווערמאנט, אלאבאמא און אילינאי. די עף-בי-איי איז פארמישט אין אויספארשן די העקעריי און זיי זאגן אז די קענסאס סטעיט אויטאריטעטן וועלן יעצט דארפן באצאלן "קרעדיט מאניטערינג" פאר עטליכע מאנאטן פאר די אלע 5.5 מיליאן מענטשן, אז זיי זאלן קענען האלטן אן אויג צי די העקערס נוצן זייערע סאושעל סעקיוריטי נאמבערס פאר סיי וועלכע צוועק.

בילד: מיליאנען אידענטיטעטן לויז נאך העקעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל