אלבאני - די לאיערס פון געוועזענעם ניו יארק סטעיט אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער זאגן אז זיי וועלן אריינגעבן א פארלאנג צום העכסטן סופרים קאורט אין אמעריקע, אז זיי זאלן איבערקוקן די קלאגעס קעגן סילווער. דאס קומט נאכדעם וואס אן אפעלאט געריכט האט ארויסגעווארפן דעם שולד אורטייל קעגן סילווער, זאגנדיג אז די דזשורי איז נישט אנגעוויזן געווארן ריכטיג איבער פארשידענע קארופציע געזעצן, וויבאלד דער סופרים קאורט האט איינגעצוימט די גרעניצן פון קארופציע געזעצן אז פאליטישאנס זאלן נישט קענען אזוי גרינג אנגעקלאגט ווערן, אבער אין דער זעלבער צייט האט דער אפעלאט געריכט געזאגט אז די דזשורי האט געהאט גענוג באווייזן צו דערקלערן סילווער שולדיג, און די פראקורארן גרייטן זיך שוין טאקע יעצט נאכאמאל צו שטעלן סילווער נאכאמאל פאר א פראצעס. סילווער'ס לאיער סטיווען מאולאו זאגט אז ער וועט אריינגעבן דעם קעיס צום סופרים קאורט, ווייל ער וויל אז דער געריכט זאל אינגאנצן ריינוואשן סילווער, אזוי אז פעדעראלע פראקורארן זאלן ניטאמאל קענען פרובירן נאכאמאל אים צו שטעלן פאר א פראצעס.

בילד: סילווער׳ס קעיס וועט גיין צום סופרים קאורט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל