לאנדאן - אוויאציע עקספערטן אין ענגלאנד ווארענען איבער דעם וואס די הימלען ווערן שוין צו איבערגעפילט מיט פליגערס און עס שאפט א געפאר פון צוזאמשטויסן. די אוויאציע באאמטע זאגן אז אין לויף פון היי יאר זומער, וועלן זיך געפינען 770 טויזנט פליגערס אין די הימלען העכער ענגלאנד, און עס ווערט שווערער פאר די לופט טראפיק קאנטראלירער צו קענען קאנטראלירן אלע פליגערס. די בריטישע רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט לאזן אין גאנג א ספעציעלע קאמפעטישאן אין פובליק, וואו מענטשן וועלן קענען אריינגעבן געדאנקען און פארשלאַגן פאר נייע טעכנאלאגישע מעטאדן וויאזוי צו פארבעסערן אוויאציע אין לאנד.

בילד: בריטישע רעגירונג זוכט לופט-קאנטראל טעכנאלאגיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל