כינע – עס איז בכלל נישט קיין געשמאקע זאך זיך צו געפונען אין א לופטפעלד, און ווען מען דארף שוין דארט זיין צו פארן ערגעץ, זוכט מען צו פארמיידן פון דארפן לאנג פארברענגען דארטן – אבער איין כינעזער בירגער האלט אנדערש און ער האט אן אינטערעסאנטע געשיכטע צו דערציילן וויאזוי עס האט אים געלוינט צו פארברענגען אין א לופטפעלד. דער אומאידענטיפיצירטער איינוואוינער אין שאנשי, כינע זאגט אז ער האט געקויפט א "פוירסט קלאס" רייזע בילעט אויף דיער "טשיינע איסטערן" לופטליניע אינעם ארטיגן שיאן לופטפעלד, וואס דאס האט אים געגעבן צוטריט צום ספעציעלן רייכן "לאונדזש" פון דער לופטליניע. יעדע לופטליניע האט א ספעציעלע אפטיילונג אינעם לופטפעלד וואו בלויז פאסאזשירן מיט "פוירסט קלאס" בילעטן קענען דארטן האבן צוטריט, און עס איז צוגעשטעלט גאר לוקסוריעזע איינריכטונגען, אריינגערעכנט טייערע אומזיסטע עסנווארג, סאפעס, טישן און בענקלעך, און אפילו בעטן און שויערס. דער כינעזער האט זיך אראפגעזעצט פאר א געשמאקן נאכטמאל, און ווען ער איז זאט געווען, האט ער איינגעמאלדן פאר דער לופטליניע אז צוליב אן עמורדזשענסי וויל ער ערשט פארן מארגן, און האבנדיג א "פוירסט קלאס" בילעט, האבן זיי אים דאס ערלויבט צו טאן אן קיין איבריגע פעני. צומארגנס איז ער נאכאמאל געקומען אין לופטפעלד, געגעסן א געשמאקן טייערן נאכטמאל, און ווידער געקענסלט זיין פלי רייזע. דאס האט ער געטאן 300 טעג אין א צו, ביז די לופטליניע באאמטע האבן זיך געכאפט ביים קאפ און אים אנגעהויבן אויספארשן. עווענטועל האט ער סתם געקענסלט דעם בילעט און צוריקבאקומען זיין גאנצע געלט סייווי.

בילד: א רייזע בילעט פאר אומזיסטע מאלצייטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל